יורידישע עצות

אויסבילדונג

װירקן אויף דער געזעלשאַפֿט

דער ביוראָ קעגן דיסקרימינאַציע “וועסט” גיט
יורידישע עצות און שטיצע צו די דיסקרימינירטע. מיר האַלטן רעפֿעראַטן און לערנען אויס װעגן דיסקרימינאַציע און װי אַזוי מען קען אַרבעטן קעגן איר.

דו האָסט דאָס רעכט צו לעבן פֿרײַ פֿון דיסקרימינאַציע. פּאָליטיקערס און אַנדערע מאַכטהאָבערס מוזן
פֿאַרזיכערן אַז מע פֿאַרהיט דיסקרימינאַציע. מיר אַרבעטן כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז זײ נעמען דאָס דאָזיקע אַחריות.

מיר אַרבעטן לויט דעם מענטשנרעכט און דעם שװעדישן געזעץ װעגן דיסקרימינאַציע.

עצהן

אונדזערע יוריסטן גיבן עצות און שטיצע בחינם

דיסקרימינאַציע איז, אַ קיצור, װען עמעצער װערט שלעכטער באַהאַנדלט פֿאַרגלײַכט מיט אַנדערע אין דער זעלביקער סיטואַציע.

ס’איז אַ מענטשנרעכט צו קענען לעבן פֿרײַ פֿון דיסקרימינאַציע. לויטן שװעדישן געזעץ איז דיסקרימינאַציע אַ פֿאַרברעכן. נאָר, אַלע אומיושרדיקײטן זענען ניט דיסקרימינאַציע לויטן געזעץ.

מע פֿרעגט אונדז אָפֿט מאָל װעגן װי אַזוי מיר קענען
העלפֿן מענטשן. דאָ זענען אַ פּאָר פֿון די געװײנטלעכסטע פֿראַגעס:

װעַר קען קריגן הילף פֿון אײַך?

מיר גיבן בחינעמע יורידישע עצות װעגן דיסקרימינאַציע צו, למשל, אינדיװידן, אָרגאַניזאַציעס, אַרבעטגעבערס און שולעס אינעם מערבֿדיקן יעטאַלאַנד ראַיאָן, מחוץ די פֿירבודאַלער קאָמונעס. טאָמער,
האַנדלט זיך דײַן ענין װעגן דיסקרימינאַציע בײַ דער אַרבעט, זאָלסטו זיך ערשט װענדן צו דער יוניאָן
אויב דו ביסט אַ מיטגליד.

מיט וואָס קענט איר יאָ העלפֿן?

טאָמער, האַלטסטו אַז דו ביסט אומיושרדיק באַהאַנדלט, קענסטו זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז. ס’איז בחינם. מיר קענען דיר געבן עצות און אויספֿאָרשן עװענטועלע פֿאַרברעכנס לויטן געזעץ װעגן דיסקרימינאַציע. אַ סך אומיושרדיקע סיטואַציעס זענען ניט דיסקרימינאַציע לויטן געזעץ.

װי אַזוי פֿירט איר דורך דער אַרבעט?

װען עמעצער מעלדט אונדז אַז ער איז דיסקרימינירט געװאָרן, קענען מיר דאָס אויספֿאָרשן װי אַן ענין בײַ אונדז. אַן אויספֿאָרשונג הײסט אַז מיר זאַמלען צונויף אינפֿאָרמאַציע און פּאָקאַזאַניעס פֿון אי דעם אָנקלאָגער, אי דער אָנגעקלאָגטע.

װאָס מוז איך, דער אָנקלאָגער, טאָן?

ס’איז זײער װיכטיק גיך צו מעלדן. לויטן געזעץ װעגן דיסקרימינאַציע זענען די טערמינען פֿאַר מעלדן אַ פֿאַרברעכן גאַנץ באַגרענעצט – מיר מוזן אַרבעטן לויט זײ.

װען דער ביוראָ קעגן דיסקרימינאַציע “וועסט” פֿאָרשט אויס אַן ענין קאָאָפּערירן מיר נאָענט מיטן אָנקלאָגער.
אונדזערע יוריסטן האָבן באַגרענעצטע מעגלעכקײטן צונויפֿצוזאַמלען פּאָקאַזאַניעס און אַנדערע דאָקומענטאַציעס. אָנקלאָגערס מוזן אַלײן איבערגעבן די פּאָקאַזאַניעס צום אויספֿאָרשער. ס’קען זיך למשל האַנדלען װעגן בריװ, בליצבריװ, עס־עם־עס, באַשלוסן, פֿאָטאָגראַפֿיעס, רעקאָרדירונגען, װידעאָס, פּאַרשוינען װאָס קענען אָפּגעבן אַן עדות, און אַזוי װײַטער.

װי לאַנג דויערט אַן אויספֿאָרשונג?

מע פֿאָרשט, אָפֿט מאָל,אויס אַן ענין אין משך פֿון אַ לאַנגער צײַט און אַן אויספֿאָרשונג פֿאָדערט קאָאָפּעראַציע צװישן דעם אָנקלאָגער און דעם יוריסט. מען קען ניט דערצײלן פּונקט װי לאַנג דויערט אַן אויספֿאָרשונג, אָבער עס קען זיך האַנדלען װעגן עטלעכע חדשים און אַפֿילו ביז אַ יאָר אָפּהענגיק פֿונעם ענין.

קען איך פּשוט אײַך באַזוכן?

נײן, דו מוזסט זיך קודם שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז כּדי צו בוכן אַ זיצונג מיט די יוריסטן.

װאָס איז סטרוקטורעלע דיסקרימינאַציע?

אַ געװײנטלעכע דעפֿיניציע איז אַז אַ גאַנצע גרופּע פֿון דער באַפֿעלקערונג איז דיסקרימינירט געװאָרן
צוליב ספּעציפֿישע כאַראַקטעריסטיקעס. סע קען זיך למשל האַנדלען װעגן פֿאַרמינערטע מעגלעכקײטן צו קריגן אַן אַרבעט, קריגן געזונט־אָפּהיט, און נעגאַטיװע האַלטונגען. צום בײַשפּיל קענען געזעצן, כּללים און נאָרמעס אָפּהיטן די סטרוקטורעלע דיסקרימינאַציע.

איך האָב קײן מאָל ניט פֿריִער געהערט װעגן אײַער אַרבעט, פֿאַר װאָס האָט איר ניט מער אינפֿאָרמירט װעגן דעם?

צוליב דעם װאָס מיר זענען אַ ניט־פּראָפֿיטיקע אָרגאַניזאַציע האָבן מיר באַגרענעצטע מעגלעכקײטן צו גרײכן די 34 קאָמונעס אין אונדזער שטח.

מחוץ דעם װעבזײַטל האָבן מיר קאָנטעס בײַ די סאָציאַלע מעדיומס װוּ מיר גיבן איבער דערהײַנטיקטע אינפֿאָרמאַציע װעגן דיסקרימינאַציע, מענטשנרעכט און נײַעס װעגן אונדז.

מחוץ די יורידישע עצות האַנדלט זיך אונדזער אַרבעט װעגן דעם װירקן אויף מאַכטהאָבערס. זײ מוזן אָננעמען יושרדיקע באַשלוסן װאָס דיסקרימינירן ניט קײן גרופּע פֿון דער באַפֿעלקערונג. מיר אַרבעטן מיט דעם אי
אויף דער נאַציאָנאַלער, אי אויף דער לאָקאַלער מדרגה.